כ"ג חשון התשפ"ה
24.11.2024

'דין התורה של הלבנה' • אברומי דרמר בסינגל חדש

הזמר והיוצר החסידי אברומי דרמר מארה"ב מגיש סינגל חדש 'די לבנה'ס דין תורה' (דין התורה של הלבנה) שכתב בעצמו ללחן של יואלי שניצלר שגם אחראי לעיבוד ולהפקה המוזיקלית 

'דין התורה של הלבנה' • אברומי דרמר בסינגל חדש
אברומי דרמר צילום: יחצ

די לבנה\

מילים:

א איד גאר א צומישטע,
מיט א העכסט מאדנע געשיכטע,
צום בית דין קומט אריין און פארציילט.

די לבנה צו דין תורה,
איך ריף אים ווייל לכאורה,
ער לאזט נישט מנוחה איבעראל מיך ער באגלייט.

איך האלט עס מער נישט אויס,
איך וויל לעבן מער פריוואט,
ווי שטעל איך אים ארויס,
אין דער זייט.

צו זיין פאר מיר אליין,
וויאזוי מאך איך דאס זיין,
אז פון זיין שאטן זאל איך שטיין ווייט.


די דיין זאגט צום איד, איך שפיר מיט דיר מיט,
די לבנה איז אויך מיד, און וויל שוין אויך זיין גוט.
הער די טענות וואס ער האט,
פארוואס די מאכסט אים צו שפאט.
אלעמאל אויף אים די קוקסט,
אויפהערן דאס די מוזט.

ווען טון וועסטו דיין זייט, וועט די לבנה אויך שטיין ווייט,
פאר דיר ער האט קוים צייט, און פון דיר ביטער אויך ער ליידט.

לאז אים מיט זיין שיין, די גרויסע וואס פארהאן, הער אויף די בליקן דיין, וואס מאכט אים אויך אין פיין.

פזמון
טוה נאר גוט פארשטיין די הבנה,
פונקט ווי אזוי אויף דיר קוקט נישט די לבנה.
די טוסט נאר טאקע אזוי מיינען,
ווען אויף אים די קוקסט מיט די בליקן דיינעם.

הער אויף קוקן אויף יענעם,
מאך זיך נישט אליינס א גיהנום,
פאר זיך אליין אין האנט טוה זיך נעמען,
טוה עס שנעל ווייל די צייט טוט אויסברענען.

מיין פריינט טראכט טיף אריין,
וויאזוי עכט ווילסטו זיין,
צו לעבן הערליך מיט דיין אייגן שיין.
ס'איז א שיינע זאך,
מיט חברים צו זיין גלייך,
אבער פארשטיין אויך גוט דארף מען צו די פאך.

מען לעב דא נאר איין מאל, טוה עס ריין און cool,
דיין מעלות אן א צאל, לאז עס נישט ווערן שמאל.
אנשטאט זיך שטארק צו פלאגן,
הער אויף יענעם'ס דאגות טראגן,
לעב פאר זיך כראוי וכהגון.

איך בין דאך אזוי וואויל, השם שמע בקול,
איך גלייב ביי דיר איך פועל, שיק שוין פאר מיר די גואל.
צו לעבן נאר פאר מיר, וויל איך אן א שיעור.
ווייז מיר די וועג, שנעל ארויס פון מיין געיעג.

פזמון
איך טוה גוט פארשטיין די הבנה,
פונקט ווי אזוי אויף מיר קוקט נישט די לבנה.
איך טוה טאקע נאר אזוי מיינען,
ווען אויף אים איך קוק מיט די בליקן מיינעם.

איך הער אויף צו קוקן אויף יענעם,
און מאכן זיך אליינס א גיהנום,
איך טוה שנעל אין האנט זיך נעמען,
איך לאז נישט מיין נשמה אויסברענען

קרדיטים:

Song Composed: Yoely Schnitzler.
Arranged & produced by: Yoely Schnitzler.
Vocals Recorded, Mixed-Master: Gershy Schwartz-Edgware studios.
Choir: Gershy & David Schwartz.
Cover Art: Berel Honig.
Digital Marketing: MusicOnTime
Lyrics: Yours truly.

לבנה דין תורה אברהמי דרמר סינגל חדש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}