לקראת פסח: שמחה יעקובי בקאבר נוסטלגי ל-MBD
שבוע וחצי לפני חג הפסח מגיש הזמר הצעיר שמחה יעקובי מארה"ב קאבר נוסטלגי ליצירה היידישאית 'גלות מצרים' שביצע במקור מרדכי בן דוד לפני כארבעה עשורים
- אליעזר חסיד
- ד' ניסן התשפ"ב
מילות השיר:
ביי פרעה אין מצרים שווארצע קנעכט, אין פינצטערניש געלעבט ביטער און שלעכט, דיינע וונדער און דיין שטארקייט האבן מיר דאן אלע געזען, די ניסים וואס זענען דארט געשען.
א ציטערניש געפאלן אויף דער וועלט, דער רוישיג ים און טייכן האבן זיך געשטעלט, די דונערן די בליצן פלאקערן פון בארג סיני, נאר פאר תורה איז די וועלט כדאי.
א גאנצע וועלט באשאפן נאר פאר דיר, און וואס דו דארפסט מיין קינד בעט עס נאר פון מיר, פאר'ן נדן קריגסטו א מתנה דאס הייליג לאנד, היט עס נאר גוט אפ מיט דיין פארשטאנד.
די כלה אזוי איידל שיין און גוט, וועט באלייכטן דיינע וועגן אלע דיינע טריט, און חלילה אויב ביסטו אמאל פארגעסן איר, מיט בענקשאפט וועט זי ווארטן דארט אויף דיר.
דעם בית המקדש דארט'ן אויף געשטעלט, א פראכט א שיינקייט פאר די גאנצע וועלט, אבער נארישע קינדער מיר האבן זיך פארזינדיקט פאר דיר, געוואלד, ווי מיר בענקען היינט נאך איר.
אזוי פול לאנגע יארן ביטער און שלעכט, נישט ביי פרעה נאר ביי זיך אליין א יעדער איז א קנעכט, דעם אמת טיף אין הארצ'ן ווייסן דאך מיר אליין, רבונו של עולם וואס איז מיט אונז געשען.
השיבנו ה' אליך, קער אונז שוין צוריק אין א גוטע שעה, דיינע גרויסע וונדער באווייז די פעלקער נאך אמאל, דאס ליבשאפט פאר דיין איינציג קינד ישראל.
הוספת תגובה
לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות