אנגעצויגנקייט אין צפון מדינת ישראל און קאראנא אויסבראך
די טעגליכע רובריק וועלכע ברענגט אראפ קורצע באריכטן פון ארץ ישראל. א קורצן איבערבליק אויף אינטערעסאנטע געשעענישן וועלכע איר האט מעגליך פארפאסט
- יוסי שטארק
- י"ג אב התשפ"א
- דער שר התורה, הגאון רבי חיים קנייבסקי, האט היינט אויסגעוועהלט אן אתרוג לרגל חמישה עשר באב, אזויווי די מנהג פון זיין פאטער די סטייפעלער גאון זצ"ל. דער גאון האט געבעטן אז מ'זאל אכטונג געבן אויפן אתרוג ביז סוכות.
קרעדיט: דוד זר.
- היינט איז פאבליצירט געווארן די ציפערן פון קינדער וועלכע זענען אומגעקומען אין די צייט פון בין הזמנים: עס שטעלט זיך ארויס אז 25 חרדי'שע קינדער אין ארץ ישראל זענען ליידער אומגעקומען לענגאויס די לעצטע 10 יאר. די גרעסטע חלק פון זיי זענען אומקומען אדער ביים זיך דערטרענקן, אדער זייענדיג פארמישט אין אן עקסידענט, אדער ביים פאלן פון הויכע און געפארפולע ערטער.
קרעדיט: יעקב נחומי, פלאש 90.
- די קאראנא קאבינט אין מדינת ישראל האט זיך היינט פארזאמעלט אין ליכט פון די שווערע אויסבראך. די מיניסטארן האבן צוגעשטימט מיט'ן פלאן פון אריבערפירן א באשלוס צו באגרעניצן דאס ארויספארן צו די פאלגענדע 4 לענדער: ענגלאנד, טערקיי, קפריסין און גיארגיע.
- 2 פארדעכטיגטע פארשוינען האבן זיך אריינגעכאפט, אין די טינקלקייט פון די נאכט, קיין מדינת ישראל דורך א לאך אין די גרעניץ צווישן מדינת ישראל און לבנון. די מיליטער האט באפוילן אז אלע איינוואוינער אין די געגענט זאלן פארבלייבן אין די הייזער און נישט ארויסגיין אויפן גאס. נאך עטליכע שעה זענען די פארשוינען געכאפט געווארן.
גבול לבנון. קרעדיט: דוד כהן, פלאש 90.
- פרעמדע נייעס קוועלער האבן באריכטעט אז די מדינת ישראל מיליטער האט באמבאדירט עטליכע ציהלן אין סוריע אינמיטן נאכט. לויט א באריכט אין סוריע, די באמבאדירונג הא געשאפט שאדן אבער נישט געשעדיגט קיין מענטשן.
הוספת תגובה
לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות