כ"א חשון התשפ"ה
22.11.2024
שארפע נייעס

חסידי ברסלב אין אומאן און מיליאן שקל פאר א חרדי'שע מיידל

וויכטיגע באריכטן, נייעס און אינטערעסאנטע פאסירונגען וועלכע האבן פאסירט היינט אין מדינת ישראל. יוסי שטארק ברענגט די באריכטן פון פארלאמענט, פון קאראנא, פון די ישראל'דיגן גאס און נאך...

חסידי ברסלב אין אומאן און מיליאן שקל פאר א חרדי'שע מיידל
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד בחדרי חרדים

- הונדערטער חסידי ברסלב זענען שוין אנגעקומען קיין אומאן אויס מורא אז די אויטאריטעטן אין מדינת ישראל וועלן באגרעניצן דאס עלייה לציון פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, אין ליכט פון די קאראנא אויסשפרייטונג.

- נאך וואס הונדערטער יודן זענען ערלויבט געווארן נעכטן ארויפצוגיין אויפן הר הבית, באגלייט מיט א 'דערקלערונג' פונעם פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט אז דאס בארג געהערט אויך פאר יודן, האט היינט בנט צוריקגעצויגן פון זיינע ווערטער, נאך א שארפע דעמאנסטראציע פון די אראבישע פארטייען.

- די דירעקטאר פונעם געזונטהייט מיניסטעריום פראפעסאר נחמן אש האט היינט געמאלדן אז דערווייל ווערט נישט געפלאנט צו פארשליסן דעם 'בן גוריון' לופטפעלד.

- די אייסקרעים קאמפאני 'בן אנד ג'ריס' האט געמאלדן אז זי וועט אויפהערן פארקויפן אירע סחורה אין די אזויגערופענע 'אקאפירטע שטחים'. די 'דערקלערונג' האט געברענגט גרויס אויפברויז אין מדינת ישראל.

- עס איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע קעגן יוסי כהן, דעם ארויסגייענדן הויפט דירעקטאר פון די 'מוסד' שפיאנאזש אגענטור, מיט א טענה אז ער האט איבערגעגעבן געהיימע אינפארמאציע פאר א פרוי וועלכע איז געוועהן נאנט מיט אים א שטיק צייט.

- די צאל קאראנא אנגעשטעקטע אין מדינת ישראל האט היינט דעגרייכט נייע שווערע ציפערן: 829 בירגער זענען היינט אנגעשטעקט געווארן. 66 געפונען זיך אין א שווערן צושטאנד.

- די געריכט אין תל אביב האט היינט באשטעטיגט אז א חרדי'שע 18 יעריגע מיידל פון אשדוד וועט באקומען 1,200,000 שקל, נאך וואס זי איז אריבער אן עקסידענט פאר 9 יאר צוריק. די באס דרייווער וועלכע האט אריינגעהאקט אין איר, מיט די אינשורענס קאמפאני, וועלן צאלן די געלטער פאר די מיידל.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}