דער רב איז געפאלן פון דאך און אומגעקומען
קורצע באריכטן איבער די געשעענישן וועלכע האבן באשעפטיגט דעם ציבור אין ארץ ישראל. אין פארלאמענט, אין די חרדי'שע שטעט און אביסל פון אומעטום
- יוסי שטארק
- ו' אב התשפ"א
- 1 תגובות
- די פאליציי אין ירושלים פארשט נאך פראטעסטירער וועלכע האבן געשטאכן בילדער פון דער פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט און דער אויסערן מיניסטער יאיר לפיד, ווען זיי האבן דעמאנסטרירט קעגן דעם גאווערמענט נעבן דעם 'גשר המיתרים' אין ירושלים.
- א באס דרייווער האט נעכטן שארף אטאקירט חרדי'שע יודן וועלכע ער האט אריבערגעפירט פון ביתר קיין ירושלים. ער האט זיי נאכגעשריגן: "אשאד אז ענק זענען נישט אלע אומגעקוצען אין די מירון טראגעדיע".
דער באס דרייווער איז היינט אפגעזאגט געווארן פון פאזיציע, נאך וואס די מידיע האט שטארק אראפגעריסן דעם באס קאמפאני. דער דרייווער וועלכע האט זיך שטארק דערשראקן האט איבערגעבעטן די וועלכע ער האט אטאקירט אין א ווידאו וואס ער האט פאבליצירט.
- היינט איז אנדעקט געווארן אז די ארכיאלאגן וועלכע גראבן אין גוש עציון און זענען מחלל קברי קדמונים ביים אויספלאסטערן א גאס, זענען פארבעטן געווארן דורך די אויטאריטעטן אכטונג צו געבן און אפהיטן אן אלטע בוים וואס געפונט זיך אויפן ארט. די פראטעסטירער זענען זייער בייז אז אויפן בוים געבט מען אכטונג אבער אויפ די קברים נישט.
- היינט זענען ווידער אנגעקומען די אויטאריטעטן קיין מירון כדי צו צוזאמווארפן נישט געזעצליכע בודקעס נעבן קבר הרשב"י.
- די מתפללים אין בית הכנסת 'ניסנית' אין אשקלון האבן היינט באקומען די שווערע בשורה אז זייער רב, הרב זכריה זנדני ז"ל, איז אומגעקומען ארבעט'נדיג אויף א דאך פון א פאבריק אין שטאט. עס האט זיך געפענט א לאך אין דאך און ער איז אראפגעפאלן 10 מעטער.
הוספת תגובה
לכתבה זו התפרסמו 1 תגובות