כ"ד כסלו התשפ"ה
25.12.2024
טרויעריגע נייעס

גזירות תשפ"א און די אפיקומן גניבה אין בעלזא

יוסי שטארק ברענגט דעם טעגליכן באריכט אין יידיש. אן איבערבליק אויף די אינטערעסאנטע געשעענישן אין ארץ ישראל. די גזירה פון ליברמן, די פרעזידענט וועלכע איז מכבד יידישע מנהגים און די קלאגע פונעם רעכטע דז'ורנאליסט

גזירות תשפ"א און די אפיקומן גניבה אין בעלזא
ריבלין בתחפושת צילום: תקשורת שב"כ

- גזרות תשפ"א: דער טרויעריג בארימטער פינאנץ מיניסטער פון מדינת ישראל, אביגדור ליברמן, האט היינט באשלאסן אז כדי צו זיין בארעכטיגט פאר א סובסידיע פאר די קינדער און קינדערגארטן, וועט דער טאטע פון די פאמיליע אויך דארפן ארבעטן ווייניגסטנ'ס 24 שעה פער וואך. עס איז אויך באשלאסן געווארן אז יונגעלייט וועלכע וועלן גיין שטודירן כדי זיך איינגלידערן אין די ארבעט מארקעט אין מדינת ישראל – וועט יא זיין ערלויבט צו קריגן דעם סובסידיע. ליברמן האט געזאגט אז ער פלאנט דערמיט צו צווינגן די כולל יונגעלייט ארוס גיין ארבעטן.

- דער טעראריסט וועלכער האט געשעדיגט און פארוואונדערט א קליין יידיש קינד אין די גוש עציון געגנט פאר 2 און א האלב יאהר צוריק, איז פאראורטיילט געווארן צו 45 מאנאטן טורמע, און באצאלן שטראף געלטער פאר די פאמיליע פונעם קינד.

- דער פרישע מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הרצוג האט געמאלדן אז ער גייט זיך נישט אריבערציען צום 'פרעזידענט'ס הויז' אין די 3 וואכן, און וועט זיך פארזוימן אין זיין היים ביז נאך תשעה באב, כדי אפצוהיטן די מנהגי אבלות פון די '9 טעג'. אין די זעלבע צייט וועט אדורגעפירט ווערן רענאוואציעס אין דעם 'פרעזידענט'ס הויז' נאך 7 יאר וואס דער פריעדיגער פרעזידענט ראובן ריבלין האט געוויילט אינעם הויז.

- די שב"כ זיערהייט אגענטור האט ערלויבט צו פאבליצירן אז ראובן ריבלין, וועלכע האט היינט גענדיגט זיין 7 יעריגער קאדענציע אלס פרעזידענט, איז ארויס עטליכע מאל, דינענדיג אלס פרעזידענט, צו געפארפולע ערטער באגלייט מיט שב"כ זיכערהייט אגענטן, ווען ער איז געוועהן פארשטעלט אונטער א שלייער פון א פשוט'ן בירגער. די אגענטן האבן איהם ארויפגעקלעבט א בארד און געפארבט זיין האר.

- דער רעכטע דז'ורנאליסט אראל סג"ל האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם לינקע פראפעסאר עמירם גולדבלום, וועלכע האט אים באשמוצט און אים אנגערופן "יידישע נאצי, פאשיסט" און נאך שאנד ווערטער. סג"ל פאדערט די סומע פון 420,000 שקל קעגן דעם פראפעסאר.

- הבחור החשוב לייבי פינק, 25 יאהר אלט, איז היינט א חתן געווארן. ער איז א זון פון הגאון רבי משה מיכל פינק, אב"ד בית וגן ירושלים ודומ"ץ קהל מחזיקי הדת, און איז א חתן געווארן מיט הכלה די טאכטער פון הרה"צ רבי יהודה לייב ברגר, רב ביהכנ"ס מישקולץ באלעד, זון פון האדמו"ר ממישקולץ און איידעם האדמו"ר מנדבורנה צפת. לייבי האט געגנב'עט די אפיקומן פון האדמו"ר מבעלזא ביים 'סדר נאכט' און נישט געוואלט צוריק געבן ביז דער רבי האט איהם צוגעזאגט א שידוך. ויהי לפלא.

 

 

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 2 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}