ברוך דיין האמת: דער באקאנטער סאטמערער נגיד איז נפטר געווארן
פארשידענע באריכטן איבער אינטערעסאנטע אפיזאדן וועלכע האבן פאסירט אין ארץ ישראל אין די פארלאפענעם טאג
- יוסי שטארק
- י"ט תמוז התשפ"א
דער פארלאמענט מיטגלידער פון די ש"ס פארטיי, משה אבוטבול, איז ארויס מיט שארפע ווערטער אין פארלאמענט, אויף די גרויסע פגיעה און גאב"ד העדה החרדית, הגאון רבי טוביה ווייס. אבוטבול האט געזאגט אז די פאליציי ואלט זיך קיינמאל נישט געוואגט צו ווארפן שאק-גראנאטן אויף אן אראבישע גייסטליכן פירער.
אבוטבול געבט איבער שארפע ווערטער איבער די פגיעה אינעם גאב"ד/ קרעדיט: ערוץ כנסת
ברוך דיין האמת: הרב החסיד רבי וואלף פרידמאן ז"ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון 90 יאהר. ר' וואלף איז געוועהן א סאטמערער חסיד און האט געוואוינט אין וויליאמסבורג. ער איז געוועהן ברייט באקאנט אלס צדקה טיילער און תומך תורה. ת.נ.צ.ב.ה.
ר' ווואלף פרידמאן ז"ל
הגה"צ רבי יעקב מאיר שכטר האט זיך באטייליגט ביים לעצטן שבע ברכות פאר דעם זון פונעם 'איש החסד' הרב אפרים שטרן. (שלום קרויס)
הגאון רבי יעקב מאיר שכטר ביים שבע ברכות/ קרעדיט: שלום קרויס
דער זוהן פונעם גאב''ד העדה החרדית, הגרש"ז ווייס מיט הגרח"ד שכטר, אייניקל פון הגרי"מ שכטר, זענען ארויף צום שטוב פון הגרש''א שטרן איהם איינצולאדענען צום גרויסן עצרת מחאה וועלכע וועט פארקומען מארגן אין ירושלים.
ביים איינלאדענען דעם גאון צום גרויסן עצרת
- דער חרדי'שע פארלאמענט מיטגלידער ישראל אייכלר האט שארף אטאקירט די מידיע ביי א רעדע אין פארלאמענט: "צו האט דען עמיצער געטראכט צו פארמאכן בנימינה וועלכע ליידט פון א שווערע קאראנא אויסבראך? וואלט דען עמיצער זיך געוואגט צו זאגן אז זיי זענען 'קרענק פארשפרייטער'? דער חרדי'שע ציבור ווערט אנגערופן א 'קרענק פארשפרייטער'. רוב פון די מעדיע האבן דורכגעפירט אן אנטיסעמיטישער קאמפיין קעגן די חרדים, אבער איצט שווייגן אלע".
אייכלר אין פארלאמענט/ קרעדיט: flash90
- פאליציאנטן האבן היינט גענומען פאר אן אויספארשונג אין די פאליציי סטאנציע, דער רעכטער אקטיוויסט אלון הנדרי, וועלכע האט געהאלטן אינמיטן פראטעסטירן נעבן די הויז פון דער פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט.
- נאור יחיא, דער געוועזענער ווארטזאגער פון בנימין נתניהו, איז אויפציעל אויפגענומען געווארן אלס ווארטזאגער פאר דער מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הרצוג. הרצוג האט געטוהן א שריט וועלכע האט געברענגט צו א גרויס אויפברויז אינערהאלב די לינקע ארגאניזאציעס וועלכע האלטן אין איין קריטיקירן נאור יחיא.
אחדות אין כלל ישראל - חסידים, ליטוואקעס מיט העדה החרדית: האדמו"ר ממודז'יץ, דער מרא דאתרא אין אחיסמך הגרח"א ברוידא, רב קהילת הפרושים באחסימך וחבר בד"ץ העדה החרדית הגר"ש ולדנברג - אין א שמועס ביים הכנסת ספר תורה פאר בית המדרש 'קהל חסידים' אין גני איילון – לוד.
די רבנים ביים הכנסת ספר תורה
הוספת תגובה
לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות