ד' תשרי התשפ"ה
06.10.2024
שארפע נייעס

נתניהו פאקט פעק און בחורים פארפלייצן די כנסת

די טעגליכע באריכט אין יידיש פון יוסי שטארק, איבער אינטערעסאנטע פיקאנטישע באריכטן פון ארץ ישראל, וועלכע איר האט מעגליך פארפאסט. דראמא אין פארלאמענט, פארזאמלונג פון מחנכים און ניחום אבלים פונעם ראב"ד

נתניהו פאקט פעק און בחורים פארפלייצן די כנסת
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד 'בחדרי חרדים'

- א דראמא האט זיך אפשגעשפילט היינט פארטאג'ס אין פארלאמענט ווען די "חוק האזרחות" איז געפאלן נאך וואס די רעכטע און חרדי'שע פארטייען האבן געשטימט קעגן דעם געזעץ, און געגעבן א שווערן קלאפ פאר די אפאזיציע. די געזעץ איז אייגענטליך א רעכטע אינטערעס און איז זייער נויטליך כדי אפצוהאלטן אימיגראנטן פון אראבישע לענדער וועלכע ווילן זיך פאראייניגן מיט זייערע פאמיליע מיטגלידער אין מדינת ישראל.

- די חרדי'שע און מזרחי'סטישע פארלאמענט מיטגלדיער האבן מיטגענומען מיט זיך די טלית און תפילין צום פארלאמענט געביידע נעכטן נאכט, וואוסנדיג אז עס קומט א לאנגע נאכט. צופרי, פאר'ן זיך אהיימקערן פאר א קורצן שלאף, האבן זיי זיך אוועקגעשטעלט דאווענען אין בית המדרש אין פארלאמענט.

שחרית אין פארלאמענט

- צענדליגע ליטווישע ישיבה בחורים האבן געשטראמט צום פארלאמענט געביידע מיטצוהאלטן די לאנגע און דראמאטישע נאכט. עס איז געוועהן זייער אויפפאלענד און עטליכע פארלאמענט מיטגלידער האבן זיך געוואנדן צו די בחורים ביי זייער רעדע מיט שפאט.

די ישיבה בחורים אין פארלאמענט/ קרעדיט: ישכר זלמנוביץ

- עס פארגעקומען א גרויסן פארזאמלונג פון 50 חסידי'שע מחנכים, וועלכע זענען געשיקט געווארן בהוראת האדמו"רים, צו פלאנירן וויאזוי מ'קען זארגן אז אלע חסידי'שע בחורים אין ארץ ישראל זאלן ווערן אנגענומען אין ישיבות, און נישט חלילה בלייבן אויפ'ן גאס אין די קומענדיגע אלול זמן.

חסידישע מחנכים ביים פארזאמלונג

- עטליכע טעג געבליבן ביז בנימין נתניהו וועט מוזן פארלאזן דעם פרעמיער מיניסטער'ס אויפציעלע וואוינארט אויף די 'בלפור' גאס אין ירושלים: היינט איז געזעהן געווארן א טראק פון איינע פון די דעליווערונג קאמפאני'ס אין ירושלים וועלכע האט אנגעפאנגען מיט'ן ארבעט פון אריבערפירן די זעק און פעק פון די נתניהו פאמיליע, נאך די ענדלאזע 12 יאהר אין די וויכטיגע וואוינארט.

די טראק וועלכע פירט אפ די פעק פון נתניהו/ קרעדיט: לפי סעיף 27א

- דער ‏זקן הפוסקים, ראב"ד העדה החרדית הגאון רבי משה שטערנבוך, איז געקומען פאר א ניחום אבלים באזוך צו די פאמיליע פון זיין תלמיד און מקורב הבחור דוד כהן, וועלכע זיצט שבעה נאכן פטירה פונעם מוטער ע"ה.

דער ראב"ד ביים ניחום אבלים

- הרה"צ רבי אהרן מנדל טווערסקי, זון פון האדמו"ר מסקווירא, וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ארץ ישראל, איז אנגעקומען מיט א גרופע חסידי סקווירא פאר א תפילה אין מירון ביים ציון פונעם הייליג'ן רשב"י.

חסידי סקווירא ביים תפילה אין מירון

- דער דירעקטאר פון די מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום, אלון אושפיז, איז היינט אפגעפארן קיין מאראקא כדי צו פירן געשפרעכן מיט די ארטיגע באאמטע איבער די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. ער איז געשיקט געווארן דורכ'ן אויסערן מיניסטער יאיר לפיד.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}