כ"ה כסלו התשפ"ה
26.12.2024
אינטערעסאנטע געשעענישן

דעם היסטארישן מעמד אין סאדיגורה און די נאכט אין כנסת

די כינוס אין סאדיגורה, די דעמאנסטראציע אין ירושלים, די נאכט אין פארלאמענט און נאך פילע אינטערעסאנטע באריכטן

דעם היסטארישן מעמד אין סאדיגורה און די נאכט אין כנסת
עצרת מחאה של העדה החרדית נגד ביזוי הגאב"ד צילום: שמואל דריי

- חסידי סאדיגורה אין ארץ ישראל האבן זיך באטייליגט היינט ביים גרויסע כינוס, לרגל 11 חודשים זייט די פטירה פונעם בעל ה'עטרת ישראל' מסאדיגורה זצ"ל, דער פאטער פונעם היינטיגן רבי'ן. די כינוס איז פארגעקומען אין גרויסן בית המדרש אין בני ברק מיט די באטייליגונג פון א רייע אדמו"רים, רבנים און דיינים. האדמו"ר מסאדיגורה האט איבערגעגעבן דברות קודש פאר די הונדערטער חסידים און ברייט ארום גערעדט איבער די זיסקייט פון לערנען תורה.

האדמו"ר מסאדיגורה ביי די מעמד.

- טויזענטער האבן זיך באטייליגט ביים גרויסן דעמאנסטראציע אין מאה שערים אין ירושלים, און מוחה געוועהן קעגן די מדינת ישראל פאליציי וועלכע האט אטאקירט דעם קאר פונעם גאב"ד העדה החרדית הגאון רבי טוביה ווייס, מיט שאק-גראנאטן פאר א וואך צוריק, נאך א פראטעסט וואס איז פארגעקומען אין די גוש עציון געגענט, קעגן חילולי קברים. האדמו"ר מסאטמר האט איבערגעגעבן זיין דברי מחאה פון זיין הויז אין וויליאמסבורג און איז אריבערגעפירט געווארן דורך א לייוו-האקאפ קיין ארץ ישראל.

טויזענטער ביים דעמאנסטראציע/ קרעדיט: שמואל דריי

דער אייניקל פון האדמו"ר מוויזשניץ מאנסי, הרב זאב הגר, וועלכע באזוכט אין ארץ ישראל, איז אריין נעמען א ברכה מיט זיינע קינדער פון הגאון רבי חיים קנייבסקי. די קינדער וועלכע האבן זוכה געוועהן דאס ערשטע מאל אין זייער לעבן צו זיין ביי רבי חיים אינדערהיים, קוקן צו מיט וואונדער צו די "דבקות התורה" פון דעם גרויסן גאון.

ביים באזוך אין שטוב פונעם שר התורה/ קרעדיט: שוקי לרר. 

אן אינטערעסאנטע מודעה איז אויפגעהאנגען געווארן אין א שטיבל אין טבריה: א בעל שמחה רופט דעם ציבור זיך צו באטייליגן היינט, דינסטאג נאכט, ביי א שלום זכר פאר זיין זון. נאך וואס די מודעה איז פארשפרייט געווארן אין געמאכט א גערודער, האט דער בעל השמחה ערקלערט אז וויבאלד ער פלאנט אפצורעכטן דעם שלום זכר שבת אין ירושלים, און ער וויל נישט פארלירן די ברכות פון זיינע פריינד אין טבריה, האט ער באשלאסן אפצורעכטן א 'שלום זכר מוקדם' אין טבריה, שוין אינמיטן וואך.

ביי א פראטעסט אין די בר אילן גאס אין ירושלים, האט די פאליציי ווידער געשפריצט די 'בואש וואסער', און געציהלט אויך געשעפטן און באוואוינטע הייזער וועלכע זייער איינגעטומער זענען אומשולדיג און נישט געוועהן פארמישט אין די פראטעסט. די שמוציגע וואסער האט איבערגעלאזט א שווערן גערויך אין די חרדישער געגענט פאר עטליכע שעה.

דער חרדי'שער פארלאמענט מיטגלידער ישראל אייכלר איז אנגעקומען נעכטן ביינאכט אין די פארלאמענט, מיט זיין טלית און תפילין, נאך וואס די אופוזיציע האט באשלאסן אנצוהאלטן א פיליביסטער לענגאויס די גאנצע נאכט, מיט'ן ציהל אפצומיהען דעם קאאליציע.

אינדערפרי, נאך דעם לאנגן פיליביסטער: דער חרדי'שער ליטווישער פארלאמענט מיטגלידער יצחק פינדרוס האט זיך אויפגעשטעלט איבערצוגעבן א רעדע אינעם פארלאמענט, און האט אנגעהויבן זאגן 'ברכת השחר'. ווען ער איז אנגעקומען צו דעם ברכה 'שלא עשני אישה' האבן עטליכע פרייע פארלאמענט מיטגלידער געמאכט א גרויסן גערודער, און פינדרוס האט עס אויסגענוצט כדי צו ערקלערן פאר די פארזאמלטע ווי נידריג און נישט יידיש, איז די נייע גאווערמענט.

פינדרוס אין פארלאמענט/ קרעדיט: דוברות הכנסת, יצחק הררי

דער נייער מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הרצוג איז ארויף זאגן קדיש אויפן ציון פון זיין חרדי'שער זיידע, הרב הראשי רבי יצחק הלוי הרצוג זצ"ל, באגלייט מיט'ן ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף.

הערצוג ביים זאגן קדיש אויפן קבר.

נייעס יידיש סאדיגורה

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 2 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}